נשיא פון אגודת הרבנים פון אמעריקע און קאנאדע; ראש מועצת גדולי התורה אין אמעריקע; ווערט פאררעכנט ביי אלע קרייזן פון דער פרומער יהדות אלס גאון הדור און גדול הפוסקים; בעל שו״ת ״אגרות משה״, חידושי ״דברות משה״ אויף ש״ס און ״קול רם״ אויף דער תורה; ראש ישיבת תפארת ירושלים.
כלל ישראל געפינט זיך אין אסאך פון זיינע וואוינערטער אין צרה און יגון. דער צעלאזטער מצב אין עטליכע געביטן פונעם לעבן פון אונזערע ברידער בני ישראל ווערט שטארקער פון טאג צו טאג. אין אמעריקע האבן זיך געמערט מעשי רציחה און רויב, און מענטשן וואס האבן נישט קיין עוולה אויף זייערע הענט ווערן גע׳הרג׳עט אין די גאסן, און די ווילדקייט גייט שוין אריבער יעדן מענטשליכן גרעניץ.
א היבשע צאל פון אחינו בני ישראל זענען געכאפט געווארן אין איראן אלס בני ערובה, און א טויט־שטראף ווארט אויף זיי, חס ושלום.
דער מצב אין ארץ ישראל איז נישט צופרידנשטעלנד. דער שלום איז שרעקעדיג, און זיין סוף מי ישורנו, און ווער ווייסט מה ילד יום. דערפאר דארפן מיר קומען פאר השי״ת מיט תפילה און תחנונים, אז ער זאל זיך מרחם זיין אויף דעם דערשלאגענעם עם ישראל.
מיר רופן דערמיט יעדן איד צו זאגן בלי נדר יעדן טאג ג׳ קאפיטלעך תהלים (כ׳, ק״ל, קמ״ב) נאכן דאווענען, אינדערפרי, און אויסגיסן זיין הארץ פאר דעם רבון העולמים, אז ער זאל שיקן זיין הילף פון קודש און אונז ווייזן ניסים ונפלאות כבימי קדם.
אגודת הרבנים פון אמעריקע און קאנאדע — הרב משה פיינשטיין, נשיא
דער אריגינאל אויף לשון הקודש
עם ישראל בהרבה מקומות מושבותיהם נתון בצרה וביגון. המצב הפרוע בכמה שטחי החיים של אחינו בני ישראל הולך ומתגבר מיום ליום. באמריקה נתרבו מעשי הרציחה והשוד ואנשים אשר לא עול בכפם נהרגים בחוצות, וההשתוללות עוברת כבר כל גבול אנושי.
מספר חשוב של אחב״י נתפסו באיראן בתור בני הערובה ועונש מוות צפוי להם, חס ושלום.
המצב בארץ ישראל אינו משביע רצון. השלום מחריד וסופו מי ישורנו ומי יודע מה יולד יום. ע״כ עלינו לבא לפני השי״ת בתפלה ובתחנונים, שירחם על עם ישראל הנדכה.
אנו קוראים בזה לכל יהודי ויהודי לומר בל״נ בכל יום ג׳ מזמורי תהלים (כ, ק״ל, קמ״ב) אחרי התפלה, בבוקר, ולשפוך שיחה לפני רבון העולמים שישלח עזרו מקודש ויראנו ניסים ונפלאות כבימי קדם.
אגודת הרבנים דארה״ב וקנדה — הרב משה פיינשטיין, נשיא